October – Judith Reuben

Sholem Aleichem’s Motl Heyse dem khazns (Motl Peyse the Cantor’s son) was one of the first Yiddish books I read.  The author’s characteristic ability to convey the very difficult circumstances of Motl, his family and friends in Kasrilevke with irony and humour makes for entertaining reading.

For example after Motl’s father dies, Motl sees the bright side in his new status as a fatherless child entitled to certain social privileges and tolerance of his mischief. Motl’s brother devises various ludicrous unsuccessful and hilarious schemes to alleviate the family’s poverty but eventually they leave for America. Their adventures involve being smuggled through dangerous borders, waiting in Antwerp, health scares, a stay in Whitechapel, the long unpleasant sea voyage, getting through Ellis Island and finally America.

The version I read was adapted for schools in the 1950’s and there are multiple copies in the library. A more recent abridged version is available for students with exercises and glossary.

 

שלום עליכמס מאָטל פּייסי דעם חזנס איז איינס פון די ערשטע ביכער וואָס איך האָב געלייענט אויף ייִדיש.  דער מחבר פאַרווײַלט אונדז מיט זײַנע באַשרײַבונגען פון דעם שווערן מצב אין וועלכן מאָטל, זײַן משפּחה און זײַנע פרײַנד געפינען זיך אין קאַסרילעווקע.  ער שרײַבט מיט איראָניע און מיט הומאָר.

למשל, נאָכן טויט פון זײַן טאַטן, זעט מאָטל אַז ער האָט איצט נײַע פּריווילעגיעס אַלס יתום.  מאָטלס ברודער טראַכט אויס פאַרשידענע לעכערלעכע, קאָמישע און אומדערפאָלגרײַכע   פּלענער ווי אַזוי צו פאַרבעסערן זייער פינאַנציעלע לאַגע.   מיט דער צײַט פאָרן זיי אָפּ קײַן אַמעריקע.  זיי שמוגלען גרענעצן, ווערן אויפגעהאַלטן אין אַנטווערפּן, לעבן איבער פּראָבלעמען מיט געזונט,  מוזן בלײַבן אַ צײַט אין ענגלאַנד.  זייער שיף רײַזע איז לאַנג און אומבאַקוועם.  זיי מאַכן דורך עליס אײַלענד און סוף סוף  קומען זיי אָן אין אַמעריקע.

איך האָב געלייענט א געקירצטע ווערסיע, אַדאַפּטירט אין די 50ער יאָרן פאַר שול קינדער.  די ביבליאָטעק פאַרמאָגט מערער קאָפּיעס.  עס איז אויך דאָ אַ נײַערע געקירצטע ווערסיע פאַר סטודענטן מיט איבונגען און אַ גלאָסאַר.

2018-10-09T13:10:10+00:00