A Brief History2018-07-18T13:56:47+00:00

A BRIEF HISTORY

A Brief History

The Kadimah Jewish Cultural Centre and National Library was established in Melbourne in 1911 by newly arrived Jewish immigrants from Eastern Europe as a “home away from home”, in an alien Anglo country far away from their families and everything that was familiar to them.  Originally situated in Carlton, its leaders had the foresight to move, with the Jewish population of Melbourne, to Elsternwick in the 1960s.

Before and after World War 2, the Kadimah, was a refuge for those escaping and surviving the Holocaust, providing a full range of educational and social programs, an inspiration for maintaining their culture and a support for settlement in a new strange country. In the 1990s, the Kadimah performed the same role for newly arrived Jewish people from the Soviet Union, and also nourished a vibrant Yiddish youth theatre.  In the early 2000s the Kadimah’s focus was on seniors’ programs.  This ability to change with the times is one reason why the Kadimah is still here after 107 active years.

אַ קורצע געשיכטע

דער קדימה קולטור צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק איז געגרינדעט געוואָרן אין מעלבורן אין 1911 דורך נײַ געקומענע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח אייראָפּע, ווי אַ “היים אַוועק פֿון דער אַלטער היים”, אין אַ פֿרעמד אַנגלאָ-סאַקסאָניש לאַנד, ווײַט פֿון זייערע משפּחות און אַלץ וואָס איז זיי געווען באַקאַנט.  צונערשט איז די קדימה עטאַבלירט געוואָרן אין צענטער שטאָט און שפּעטער, במשך פֿון 50 יאָר אויפֿגעבליט אין אַן אייגענע געביידע, אין דער שכנסדיקער פֿאָרשטאָט פֿון קאַרלטאָן.  אָבער אין די 1960קער יאָרן האָבן די אָנפֿירער זי אַריבערגעפֿירט אין אַ נײַע געביידע, אין דרום זײַט פֿון שטאָט, קיין עלסטערוויק, נעענטער צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט זיך אויך איבערגעצויגן אַהער.

פֿאַר, און נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז די קדימה געווען אַ מקום-מיקלט פֿאַר די וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון, און די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.  עס האָט זיי באַזאָרגט מיט אַ גאַנצע רײַ בילדונגס, קולטור און סאָציאַלע אַקטיוויטעטן, אַ מונטערונג צו קענען אויפֿהאַלטן זייער קולטור און אַן אָנשפּאַר צו קענען איינגלידערן זיך אין אַ נײַ, פֿרעמד לאַנד.  אין די 1990קער יאָרן, האָט די קדימה געשפּילט אַן ענלעכע ראָלע פֿאַר די נײַ געקומענע ייִדישע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן פֿאַרבאַנד, און זי האָט אויך גענערט אַ צאַפּלדיקן ייִדישן יוגנט טעאַטער.  אין די פֿריערטע 2000טער יאָרן איז דער טראָפּן געלייגט געוואָרן אויף אַקטיוויטעטן פֿאַר עלטערע מיטגלידער.  דאָס קענען ענדערן איר טעטיקייט לויט די צײַטן, באַדערפֿענישן  און אומשטענדן, איז איין סיבה פֿאַרוואָס די קדימה איז נאָך אַלץ אַקטיוו נאָך 107 יאָר פֿון איר טעטיקייט.

Further Reading

For more detailed information on Jewish history in Melbourne, and the Kadimah itself, please click on the boxes below…

Kadimah Today

Strategic Plan 2015-2025

History of Kadimah

Yiddish Language and Culture

Jewish Settlement in Australia

Get Connected

Make sure you keep connected with the Kadimah.

Learn more about the benefits of being a Kadimah member.

JOIN OUR COMMUNITY